סאודי אראביע האט געזאגט פאר איראן אז זי וועט נישט ערלויבן אז מ'זאל אטאקירן די איסלאמישע רעפובליק פון איר שטח…

סאודי אראביע האט געזאגט פאר איראן אז זי וועט נישט ערלויבן אז מ'זאל אטאקירן די איסלאמישע רעפובליק פון איר שטח אדער לופטראום, און זי ערווארט אז טעהראן זאל דערפאר נישט אטאקירן דאס קעניגרייך. דער סאודישער דיפענס מיניסטער כאליד בין סאלמאן האט איבערגעגעבן די מעסעדזש אין טעהראן אינאיינעם מיט פארשטייער פון טערקיי און פאקיסטאן, א סיגנאל אז אן אטאקע אויף סאודי אראביע קען אויך זיי אריינשלעפן אין דעם קאנפליקט.