אפדעיט איבער די פליגער קראך אין פלארידע: די NTSB גיט איבער אז דער ליר זשעט פליגער וואס האט געקראכט אין גרין…

אפדעיט איבער די פליגער קראך אין פלארידע: די NTSB גיט איבער אז דער ליר זשעט פליגער וואס האט געקראכט אין גרין עיקערס, פלארידע, האט זיך מעגליך אנגעהויבן צופאלן נאך פאר'ן קראכן אויף די ערד. דאס האט פאראורזאכט אז שטיקער פונעם פליגער זאלן זיך צעווארפן איבער א שטח פון בערך א האלבער מייל אויף פיר צענטל פון א מייל, אריינגערעכנט ביי באל פילדס, געשעפטן, און הייזער.