די טראמפ אדמיניסטראציע שלאגט פאר צו שנעל אנהייבן צוריק שיקן רוסישע נאטירליכע גאז קיין אייראפע דורך אוקראינע,…

די טראמפ אדמיניסטראציע שלאגט פאר צו שנעל אנהייבן צוריק שיקן רוסישע נאטירליכע גאז קיין אייראפע דורך אוקראינע, אלס טייל פון די פארהאנדלונגען אויף אן ענערגיע וואפן-שטילשטאנד פאר'ן ווינטער, לויט א באריכט אין די Wall Street Journal. דער פארשלאג, וועגן וועלכן דזשערעד קושנער און סטיוו וויטקאף האבן גערעדט אין סעפטעמבער, וועט אריינרעכענען אן אמעריקאנער מיטלער, און עס קען ברענגען נוצן פאר אמעריקאנער אינוועסטארס. וואשינגטאן האט אויך פארגעשלאגן צו האלטן די גאז איינקונפט אין עסקרא, כדי רוסלאנד זאל נישט קענען באנוצן די געלט פאר איר מלחמה אין אוקראינע. די אייראפעאישע רעגירונגען זענען ווייטער קעגן דעם פלאן.