צה"ל האט אום שבת אויסגעמעקט צוויי חמאס "נוחבה" טעראריסטן אין באזונדערע לופט-אטאקעס אין עזה, צווישן זיי מוחמד…

צה"ל האט אום שבת אויסגעמעקט צוויי חמאס "נוחבה" טעראריסטן אין באזונדערע לופט-אטאקעס אין עזה, צווישן זיי מוחמד כאמעל מסלח קדיח ימ"ש, וועלכער איז אריינגעדרונגען אין קיבוץ ניר עוז ביי די שחיטה פון אקטאבער 7. דער צווייטער טעראריסט, דיאא אבו אל-רוס ימ"ש, איז אויסגעמעקט געווארן אין נוסייראט. לויט צה"ל זענען ביידע געווען פארמישט אין פלאנירן אטאקעס קעגן צה"ל סאלדאטן און ציוויליסטן, און אין אויפבויען פון דאס נייע חמאס'ס כוחות, קעגן די וואפן-שטילשטאנד.