אויסלענדישע אריינמישונג: ליבערמאן באשולדיגט די פאלעסטינער אויטאריטעט אין פינאנצירן אראבישע פארטייען אין די…

אויסלענדישע אריינמישונג: ליבערמאן באשולדיגט די פאלעסטינער אויטאריטעט אין פינאנצירן אראבישע פארטייען אין די בחירות אין מדינת ישראל
דער פארזיצער פון "ישראל ביתנו", אביגדור ליבערמאן, האט מאנטאג באשולדיגט די פאלעסטינער אויטאריטעט אז זי האט זיך אריינגעמישט אין די לעצטיגע כנסת בחירות אין מדינת ישראל. לויט ליבערמאן האט זי פינאנציעל געשטיצט די אראבישע "רשימה המשותפת", און געהאט א שטארקע איינפלוס סיי אויף די "רשימה המשותפת" און סיי אויף "רע"ם". די באשולדיגונגען קומען אינמיטן א וואקסנדיגע מחלוקת איבער א מעגליכע אויסלענדישע באטייליגונג אין די בחירות, און איבער דער ראלע וואס די אראבישע פארטייען קענען שפילן ביים צוזאמשטעלן מדינת ישראל'ס קומענדיגע רעגירונג.