א פעדעראלע ריכטער אין וואשינגטאן האט מאנטאג ארויסגעווארפן די קרימינעלע קעיס קעגן צוויי געוועזענע FBI באאמטע,…

א פעדעראלע ריכטער אין וואשינגטאן האט מאנטאג ארויסגעווארפן די קרימינעלע קעיס קעגן צוויי געוועזענע FBI באאמטע, וועלכע זענען באשולדיגט געווארן אז זיי האבן געליגט פאר קאנגרעס איבער די אויספארשונג פון הונטער ביידען'ס לעפטאפ. דער ריכטער האט געפסק'נט אז עס איז נישט געווען קיין גענוגנדע באגרינדונג ("פראבאבל קאז") זיי אנצוקלאגן. מאדזשיסטרעיט ריכטער זיא פארוקי האט שארף קריטיקירט דעם געאיילטן קעיס גלייך אין געריכט, און געזאגט אז מ'קען עס "נישט באשרייבן אנדערש ווי באוואפנונג" פון די סיסטעם. די פראקוראטארן קענען נאך אלץ פרובירן צו באקומען אן אינדייטמענט פון א גרענד דזשורי.