טרען סערוויס איז צוריק באנייט געווארן אין ביידע ריכטונגען ביי היוס סטריט, נאך שעהן לאנגע פארשפעטיגונגען, נאכ…

טרען סערוויס איז צוריק באנייט געווארן אין ביידע ריכטונגען ביי היוס סטריט, נאך שעהן לאנגע פארשפעטיגונגען, נאכדעם וואס א מענטש איז געטראפן געווארן פון א טרען. פארשטעקטע מיטגלידער פון דער געמיינדע האבן זיך פארבינדן מיט וויליאמסבורג חברים, וועלכע האבן קאארדינירט מיט'ן עסקן משה ווייזער און די טראנזיט פאליציי, כדי צו העלפן זיי ארונטערגיין פון פלעטפארם.