וואל שווינדל קראקדאון: ICE ארעסטירט נאך נישט-בירגער באשולדיגט אין שטימען אומלעגאל איבער אמעריקע

די אמעריקאנער אימיגראציע און קאסטומס ענפארסמענט (ICE) האט אנאנסירט א נייע סעריע ארעסטן פון אויסלענדער וועלכע ווערן באשולדיגט אז זיי האבן אומלעגאל געשטימט אין אמעריקאנער וואלן, אין די זעלבע צייט וואס די טראמפ אדמיניסטראציע פארשטארקט איר אויספארשונג פון חשד'דיגע וואל שווינדל פאר די מידטערם וואלן דעם דינסטאג.