מער ווי 10,000 וואפן, אמוניציע און שטיקער מיליטערישע עקוויפמענט זענען צוריקגעגעבן געווארן צו צה"ל זונטאג, דע…

מער ווי 10,000 וואפן, אמוניציע און שטיקער מיליטערישע עקוויפמענט זענען צוריקגעגעבן געווארן צו צה"ל זונטאג, דער ערשטער טאג פון א לאנדסווייטע קאמפיין צו אומקערן וואפן. צה"ל האט געעפנט בערך 65 זאמל-פונקטן, וואו מ'קען אפגעבן די זאכן אן קיין שום פראגעס. צווישן די זאכן וואס מ'האט איינגעזאמלט איז געווען אן "עוזי" מאשין-ביקס, וואס צה"ל האט אויפגעהערט צו באנוצן שוין מער ווי 30 יאר צוריק.