פחד נאך ברוטאלע אטאקע: בני ברק'ער יונגערמאן געשלאגן און באשפריצט מיט פעפער ספריי דורך א באנדע יונגטליכע - ה…

פחד נאך ברוטאלע אטאקע: בני ברק'ער יונגערמאן געשלאגן און באשפריצט מיט פעפער ספריי דורך א באנדע יונגטליכע - האט מורא אז זיי וועלן צוריקקומען נעמען נקמה
[ווידעא אונטן.] א בני ברק'ער יונגערמאן, וועלכער איז ברוטאל אטאקירט געווארן דורך א גרופע טינעידזשערס אינעם שיך געשעפט וואו ער ארבעט, זאגט אז ער לעבט יעצט אין פחד אז די אטאקירער ה"י וועלן צוריקקומען זיך נוקם זיין אין אים, נאכדעם וואס ער האט אריינגעגעבן א קלאגע ביי די פאליציי. דער שרעקעדיגער אינצידענט, וועלכער איז אויפגעכאפט געווארן אויף סעקיוריטי קאמערעס און ברייט פארשפרייט געווארן אויף סאשעל מידיא, האט ארויסגערופן גרויס כעס איבער די גאנצע חרדי'שע שטאט, און באנייט די פאדערונגען אז די פאליציי זאל נעמען שריט קעגן די געוואלדטעטיגע יונגטליכע.