Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

אפיציעלע איראנער טעלעוויזיע און איראנער נייעס אגענטורן שטראלן אויס א ווארענונג פאר די בירגער אויף אויב אמערי…

אפיציעלע איראנער טעלעוויזיע און איראנער נייעס אגענטורן שטראלן אויס א ווארענונג פאר די בירגער אויף אויב אמערי…
אפיציעלע איראנער טעלעוויזיע און איראנער נייעס אגענטורן שטראלן אויס א ווארענונג פאר די בירגער אויף אויב אמעריקע וועט אטאקירן מיט אן אטאמישע באמבע
אנווייזונגען אין דעם קליפ:
🔴 קוקט נישט אויף די שטארקע ליכט פון דער אויפרייס.
🔴 אויב איר זענט אינדרויסן און קענט נישט גלייך אריינגיין אין א געביידע, באהאלט זיך הינטער א באריער, לייגט זיך אויס פלאך אויף דער ערד, און פארדעקט דעם קאפ און דאס פנים.
🔴 נאכדעם וואס די אויפרייס כוואליע גייט פארביי, גייט אריין אין די נאענטסטע געביידע; בלייבט נישט שטיין צו קוקן אדער נעמען בילדער, און באהאלט זיך נישט אין א קאר.
🔴 אינעם געביידע, גייט אראפ אין בעיסמענט אדער אין מיטן פון געביידע, ווייט פון פענסטער און דרויסנדיגע ווענט.
🔴 פארמאכט די טירן און פענסטער, און לעשט אויס דעם עיר קאנדישאנער אדער סיי וועלכע ווענטילאציע וואס ציט לופט פון דרויסן.
🔴 אויב מ'איז געווען אינדרויסן, טוט אויס די אויבערשטע קליידער אן זיי אפטרייסלען, לייגט זיי אריין אין א פארמאכטן זעקל ווייט פון מענטשן, אבער גייט נישט ארויס זיי אוועקווארפן.
🔴 וואשט זיך מיט לאווארעמע וואסער און זייף, און ניצט געווענליכע שאמפו אן קאנדישאנער;