בעת זיין באזוך אין די קאריביען אינזלען "אנטיגוא און בארבודא", איז קעניג טשארלס געכאפט געווארן אינמיטן א שווע…

בעת זיין באזוך אין די קאריביען אינזלען "אנטיגוא און בארבודא", איז קעניג טשארלס געכאפט געווארן אינמיטן א שווערן מבול פון רעגן אן קיין שירעם. דער קעניג, וועלכער איז געווען דורכגעווייקט נאס, האט אויסגעזען שטארק אויפגערעגט אויף זיינע געהילפן פארן אים נישט צושטעלן קיין שירעם, בפרט נאכדעם וואס די קעניגין האט שוין באקומען איר שירעם א גאנצע מינוט פריער.