א הויכער איראנער באאמטער האט געזאגט פאר Reuters אז טעהעראן און וואשינגטאן זענען נאך אלץ ווייט פון דערגרייכן…

א הויכער איראנער באאמטער האט געזאגט פאר Reuters אז טעהעראן און וואשינגטאן זענען נאך אלץ ווייט פון דערגרייכן אן אפמאך צו ענדיגן די מלחמה, און האט אנגערופן די אמעריקאנער פאדערונגען "איבערגעטריבן". טראץ שטארקע פארמיטלונגס באמיאונגען, באשטייט איראן אז אירע תנאים מוזן ערפילט ווערן איידער מ'קען ווידער עפענען דעם סטרעיט אוו הורמוז. די ווארענונג קומט נאכדעם וואס אמעריקע האט איבער נאכט אטאקירט נעבן דעם סטרעיט אוו הורמוז, וואס ברענגט פחדים פון א באנייטע מיליטערישע עסקאלאציע, בשעת פרעזידענט טראמפ קלערט וועגן זיין נעקסטן שריט.