אמעריקאנער סעקרעטארי אוו סטעיט מארקא רוביא האט לויט באריכטן געווארנט חיזבאללה נישט זיך אריינצומישן אין די אנ…

אמעריקאנער סעקרעטארי אוו סטעיט מארקא רוביא האט לויט באריכטן געווארנט חיזבאללה נישט זיך אריינצומישן אין די אנגייענדיגע מלחמה מיט איראן. ער האט אנגעוואונקען אז יעדע אריינמישונג קען ברענגען אז מדינת ישראל זאל אטאקירן ביירוט פון דער לופט. די ווארענונג קומט אין א צייט פון שטארקע שפאנונגען און פחדים אז די מלחמה קען זיך נאך מער פארשפרייטן אין לבנון.