אמעריקע שטימט: וויכטיגע מידטערם וואלן אין גאנג, קאנטראל איבער קאנגרעס הענגט אין די וואג

אמעריקאנער זענען דינסטאג געגאנגען שטימען אין די וויכטיגע מידטערם וואלן, וועלכע וועלן באשטימען ווער עס וועט קאנטראלירן קאנגרעס, אויסשיידן גאווערנארס איבער'ן גאנצן לאנד, און ארויסגעבן א גרויסן פאליטישן אורטייל איבער פרעזידענט דאנאלד טראמפ'ס צווייטן טערמין. צווישן די מערסט נאכגעקוקטע ראסעס איז די ראסע פאר ניו יארק גאווערנאר, וואו די דעמאקראטישע קעטי האוקל קעמפט צו האלטן איר פאסטן קעגן רעפובליקאנער ברוס בלעיקמאן, דער נאסאו קאונטי עקזעקיוטיוו, וועלכער פרובירט צו ווערן דער ערשטער רעפובליקאנער גאווערנאר פון סטעיט אין מער ווי צוויי צענדליג יאר.