די אויטאריטעטן גלייבן אז זיי האבן געטראפן פון וואו עס קומט א שטארקער גערוך ענליך צו גאז, וואס האט זיך פארשפר…

די אויטאריטעטן גלייבן אז זיי האבן געטראפן פון וואו עס קומט א שטארקער גערוך ענליך צו גאז, וואס האט זיך פארשפרייט איבער ראשון לציון די לעצטע צוויי טעג, און האט געברענגט הונדערטער קלאגעס פון איינוואוינער. עמערדזשענסי מאנשאפטן האבן אנטדעקט ברענשטאף און אויל אפפאל וואס איז אריינגעשאטן געווארן אין א קאנאליזאציע אינעם מערב'דיגן טייל פון שטאט. עטליכע איינוואוינער האבן געמעלדט אז זיי האבן געהאט שוועריגקייטן מיט'ן אטעמען און געפילט איבל, און צוויי פרויען האבן געדארפט באקומען באהאנדלונג אין האספיטאל. די אויטאריטעטן פארשן אויס ווער עס האט אוועקגעשאטן דעם אפפאל.