ניו סקווער: ארום 1:25 ביינאכט האט מען געטראפן א דרייווער שלאפנדיג הינטער'ן רעדל פאר א לענגערע צייט נעבן דע…

ניו סקווער: ארום 1:25 ביינאכט האט מען געטראפן א דרייווער שלאפנדיג הינטער'ן רעדל פאר א לענגערע צייט נעבן דעם אריינגאנג קיין ניו סקווער, און א ראקלאנד קאונטי שעריף'ס דעפיוטי איז אנגעקומען צום שטח. ווען דער דעפיוטי האט נאכגעקוקט דעם דרייווער, האט ער באמערקט א חשד'דיגע אויפפירונג און פארדעכטיגט אז ער איז מעגליך שיכור. ווען דער דעפיוטי האט אנגעהויבן דורכפירן סאבריעטי טעסטס, איז דער דרייווער פלוצלינג אנטלאפן צו פוס און זיך אנטקעגנגעשטעלט דעם ארעסט. דער דעפיוטי האט תיכף גערופן נאך הילף, און נאך ראקלאנד קאונטי שעריף יוניטס, ראמאפא פאליס און ניו יארק סטעיט פאליס זענען אנגעקומען צום שטח. עטליכע ניו סקווער איינוואוינער האבן אויך געהאלפן דעם דעפיוטי כאפן דעם פארדעכטיגטן.