לויט באריכטן, האט דער פינאנץ מיניסטעריום אין מדינת ישראל נישט געוואוסט פון קיין שום פלענער צו גלייך אפשטעלן…

לויט באריכטן, האט דער פינאנץ מיניסטעריום אין מדינת ישראל נישט געוואוסט פון קיין שום פלענער צו גלייך אפשטעלן די אמעריקאנער מיליטערישע הילף פאר מדינת ישראל, ביז פרעזידענט טראמפ'ס מעלדונג היינט. מ'האט ערווארטעט אז די 3.8 ביליאן דאלאר יערליכע אמעריקאנער מיליטערישע הילף וועט זיין א וויכטיגער מקור פון געלט פאר מדינת ישראל'ס ביטחון בודזשעט אין 2027 און 2028.