Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

תהלים: איין-יעריג אינגל ל"ע אין שווערן צושטאנד נאך א שטאך פון א גיפטיגן עקרב אין ארץ ישראל

תהלים: איין-יעריג אינגל ל"ע אין שווערן צושטאנד נאך א שטאך פון א גיפטיגן עקרב אין ארץ ישראל
אן איין-יעריג אינגל ליגט אין האספיטאל אין א שווערע צושטאנד, נאכדעם וואס א שטארק גיפטיגער געלער עקרב האט אים געשטאכן אינדערהיים ביי זיין פאמיליע אין ישוב מיצד, נעבן ירושלים, אין די נאכט פון מאנטאג אויף דינסטאג. דאס קינד, אלעזר בן הודיה, איז גיך אפגעפירט געווארן אין הדסה עין כרם מעדיקל סענטער, נאכדעם וואס ער האט באקומען שווערע אטעם שוועריגקייטן און איז נישט געווען אינגאנצן ביים באוואוסטזיין.