א צה"ל Humvee מיליטער קאר וואס איז געגנבעט געווארן לעצטע וואך איז צוריקגעפונען געווארן, נאכדעם וואס די פאליצ…

א צה"ל Humvee מיליטער קאר וואס איז געגנבעט געווארן לעצטע וואך איז צוריקגעפונען געווארן, נאכדעם וואס די פאליציי האט עס אנטדעקט באהאלטן אין א פעקינג געביידע אין מושב עמיעוז אין דרום ארץ ישראל. באזירט אויף אינטעליגענץ אינפארמאציע, האבן דעטעקטיווס פון די שגב שלום פאליציי סטאנציע געטראפן דעם פארמיטל מיט'ן הילף פון א דראן און זוכענישן אויפ'ן ערד. די פאליציי זאגט אז די פארדעכטיגטע זענען שוין אידענטיפיצירט געווארן.