פאליטישע צביעות: ישי כהן קריטיקירט אפאזיציע פירער וואס ביטן פלוצלינג אן אפמאכן פאר חרדים נאך יארן פון אטאקעס

א הייסע קאנפראנטאציע האט אויסגעבראכן מאנטאג ביינאכט אויף די נייעס פון Channel 12 אין מדינת ישראל, ווען דער באקאנטער חרדי'שער זשורנאליסט ישי כהן האט באשולדיגט אפאזיציע פאליטיקער און טעלעוויזיע קאמענטאטארן אין קלארע צביעות, אזוי ווי זיי זענען פלוצלינג גרייט צו רעדן וועגן פאליטישע אפמאכן מיט די חרדי'שע פארטייען, נאכדעם וואס זיי האבן יארן לאנג אטאקירט דעם ציבור איבער די גיוס פראגע.