ניו יארק סיטי שטימער וואס גייען היינט, דינסטאג, נאוועמבער 3, שטימען אין די וואלן, באשליסן איבער פינף פארגעשל…

ניו יארק סיטי שטימער וואס גייען היינט, דינסטאג, נאוועמבער 3, שטימען אין די וואלן, באשליסן איבער פינף פארגעשלאגענע אמענדמענטס צום סיטי טשארטער, וועלכע קענען טוישן ווי אזוי די סיטי רעגירונג פירט זיך. די פארשלאגן נעמען אריין: צו פארגיכערן די דערלויבעניש פאר עסן אינדרויסן און פארבעסערונגען אויף די סיידוואקס, צו פארמינערן די פאפירן-ארבעט פאר סיטי קאנטראקטארס, צו פארגרינגערן בייק ליינס און גאס-זיכערהייט פראיעקטן, צו מאכן גרינגער די קאנסטרוקשן פערמיטס, און צו פעסטשטעלן א שפאר-ציל פאר די סיטי'ס רעזערוו פאנד אויף שווערע צייטן. יעדער פארשלאג שטייט אויפ'ן באלאט אלס א באזונדערע יא-אדער-ניין פראגע, און די רעזולטאטן קענען אפעקטירן די סיטי'ס אפעראציעס, ביזנעסער און אינפראסטרוקטור פראיעקטן אין אלע פינף בעראוס.