Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

ווידעא: קאנגרעסמאן מייק לאולער גיבט אן אפדעיט איבער די פראבלעמען ביים שטימען היינט וואל טאג אין וועסטשעסטע…

ווידעא: קאנגרעסמאן מייק לאולער גיבט אן אפדעיט איבער די פראבלעמען ביים שטימען היינט וואל טאג אין וועסטשעסטע…
ווידעא: קאנגרעסמאן מייק לאולער גיבט אן אפדעיט איבער די פראבלעמען ביים שטימען היינט וואל טאג אין וועסטשעסטער קאונטי, וואו פראבלעמען מיט די וואל מאשינען האבן גורם געווען פארשפעטיגונגען און לאנגע ליינס שוין פון היינט פרי אינדערפרי. לויט לאולער ארבעטן ביידע פארטייען צוזאמען אויף א לייזונג וואס איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן געריכט, כדי צו פארזיכערן אז יעדע שטים זאל געציילט ווערן נאך היינט ביינאכט. מ'שטעלט אויף ביי די וואל פלעצער וואל מאשינען וואס זענען צוגעפאסט לויט די ADA רעגולאציעס, און די שטים-צעטלען וואס זענען שוין אריינגעלייגט געווארן אין עמערדזשענסי זעק וועלן אריבערגעפירט ווערן מיט א פאליציי באגלייטונג צום בארד אוו עלעקשאנס צו ווערן געציילט, אין בייזיין פון פארשטייער פון ביידע פארטייען. לאולער רופט אויף די שטימער צו בלייבן שטיין אין ליין און נישט אוועקגיין בלי אפגעבן זייער שטים👉👉👉