א הפגנה קומט יעצט פאר אין ירושלים קעגן דעם לייט רעיל פראיעקט, נאכדעם וואס מ'האט היינט פריער אינסטאלירט נייע…

א הפגנה קומט יעצט פאר אין ירושלים קעגן דעם לייט רעיל פראיעקט, נאכדעם וואס מ'האט היינט פריער אינסטאלירט נייע לייט רעיל סטאנציעס אויף בר אילן גאס. די סטאנציעס זענען אינסטאלירט געווארן היינט צופרי, נאך יארן פון פראטעסטן און נאך און נאך אפלייגונגען. די נייע סטאנציעס זענען א טייל פון די "גרינע ליניע", וועלכע מ'פלאנירט אז זי זאל לויפן דורך חרדי'שע געגנטער.