דער הויפט פון די אידישע געמיינדע אין ליטע זאגט אז די אויטאריטעטן האבן נישט צוגעשטעלט קיין ספעציעלע שוץ פאר א…

דער הויפט פון די אידישע געמיינדע אין ליטע זאגט אז די אויטאריטעטן האבן נישט צוגעשטעלט קיין ספעציעלע שוץ פאר אידישע אינסטיטוציעס, טראץ דעם וואס לעצטן חודש זענען אנגעקומען דריי סטראשונגן אויפצורייסן א שול און אומצוברענגען אידן. "ביז היינט באקומען מיר נישט קיין שום סעקיוריטי סערוויס פון די רעגירונג", האט געזאגט פאינא קוקליאנסקי. די געמיינדע'ס אינסטיטוציעס פארלאזן זיך דערווייל אויף וואלאנטירן אן וואפן. היינט וואוינען אין ליטע בערך 5,000 אידן, קעגן 168,000 פאר'ן חורבן אייראפע, ווען ליטע איז געווען איינס פון די גרויסע צענטערס פון תורה אין אייראפע, און 141,000 פון זיי זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס ימ"ש און לאקאלע מיטהעלפער.