א הבטחה פאר חרדי'שע רעקרוטן: צה"ל טשיף זאגט סאלדאטן וועלן אריינגיין אין מיליטער חרדי'ש און ארויסגיין חרדי'ש

צה"ל'ס רמטכ"ל, לוטענאנט גענעראל אייל זמיר, האט דינסטאג צוגעזאגט אז חרדי'שע בחורים וואס גייען אריין אין צה"ל וועלן קענען אפהיטן זייער רעליגיעזע אידענטיטעט און לעבנסשטייגער במשך זייער גאנצע דינסט, און ערקלערט אז דער מיליטער האט נישט קיין שום כוונה צו טוישן ווער זיי זענען.