ארבעטער פון Arkia ערליינס האבן היינט פראטעסטירט פאר די אפיסעס פון די פירמע, קעגן פלענער צו פארקלענערן זייער…

ארבעטער פון Arkia ערליינס האבן היינט פראטעסטירט פאר די אפיסעס פון די פירמע, קעגן פלענער צו פארקלענערן זייער אנטייל אין די אייגנטום פון די ערליין. א באאמטער פון די הסתדרות האט געווארנט אז דער נעקסטער שריט קען זיין אפצושטעלן Arkia'ס אפעראציעס און ארויסרופן ארבעטער פון אנדערע יוניאן ארגאניזאציעס זיך אנצושליסן. לויט באריכטן, נאך די פראטעסט, האבן די הויפט אקציאנערן פון Arkia, די נקש ברידער, מסכים געווען זיך צו טרעפן מיט די ארבעטער יוניאן און מיט די הסתדרות ביז שפעטסטנס זונטאג.