Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

ווערט מדינת ישראל א טעמע ביי די מידטערם וואלן?

פון בנימין ראוז
טראמפ'ס דראמאטישע מעלדונג אויפ'ן וואל טאג, אז מדינת ישראל וועט ביזן סוף יאר מער נישט באקומען די $4B אמעריקאנער הילף, איז דערווייל נאר א העדליין, און מ'ווייסט נאך נישט ווי אזוי עס וועט זיך אויסשפילן. מ'האט שוין גערעדט דערוועגן צווישן מדינת ישראל און אמעריקע. אבער דאס וואס טראמפ האט עס געמאלדן היינט, ווען אמעריקאנער גייען שטימען, ווייזט ווי שטארק די קעגנערשאפט צו הילף פאר מדינת ישראל איז אפילו צווישן רעפובליקאנער, און ווי שטארק ער דארף האבן שטימען. נישט קיין גוטער סימן.