Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

בולגארישע זיכערהייט קרעפטן האבן דינסטאג דורכגעפירט א ברייטע דורכזוכונג אויף א פאסאזשירן פלעין וואס איז אנגעק…

בולגארישע זיכערהייט קרעפטן האבן דינסטאג דורכגעפירט א ברייטע דורכזוכונג אויף א פאסאזשירן פלעין וואס איז אנגעק…
בולגארישע זיכערהייט קרעפטן האבן דינסטאג דורכגעפירט א ברייטע דורכזוכונג אויף א פאסאזשירן פלעין וואס איז אנגעקומען קיין סאפיע פון מדינת ישראל, נאכדעם וואס אן אימעיל האט געטענהט אז מ'האט אריינגעלייגט א באמבע אויפ'ן פלעין. די אויטאריטעטן האבן געזאגט אז מ'האט ב"ה נישט געטראפן גארנישט פארדעכטיגס און האבן אפגעשלאגן אז ס'איז געווען א טעראר אינצידענט, ווייל זיי גלייבן אז דער אימעיל איז געווען א פאלשע סטראשונג. דער שרעק איז געווען איינס פון עטליכע פאלשע באמבע אלארמען איבער אייראפע דינסטאג, און באאמטע גלייבן אז עס קען זיין א טייל פון א קאארדינירטע קאמפיין קעגן די אייראפעאישע לופט פארקער.