דער געזונטהייט סיסטעם אין מדינת ישראל איז דינסטאג ארויף אויף אלארם, נאכדעם וואס צוויי מענטשן וועלכע זענען לע…

דער געזונטהייט סיסטעם אין מדינת ישראל איז דינסטאג ארויף אויף אלארם, נאכדעם וואס צוויי מענטשן וועלכע זענען לעצטנס צוריקגעקומען פון די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא האבן באקומען היץ, און זענען איזאלירט געווארן אויף חשד פון עבאלא. די געזונטהייט מיניסטעריום האט באטאנט אז ס'איז בלויז א חשד, און אז מ'האט נאך נישט דיאגנאזירט קיין איינציגן באשטעטיגטן פאל אין מדינת ישראל. די צוויי זענען אפגעפירט געווארן אין די שיבא און איכילאוו מעדיקל סענטערס, בשעת באאמטע האבן געעפנט אן עפידעמיאלאגישע אויספארשונג כדי אויסצוגעפינען מיט וועמען זיי זענען געווען אין קאנטאקט. די מיניסטעריום רופט אויף רייזנדע וועלכע זענען צוריקגעקומען פון קאנגא אין די לעצטע 21 טעג און באקומען היץ, צו בלייבן אינדערהיים און זיך גלייך פארבינדן מיט די מיניסטעריום, אנשטאט צו גיין אין א קליניק.