Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

א חרדי'שער פראטעסטירער וואס איז ארעסטירט געווארן אין ירושלים'ס מאה שערים געגנט אויף חשד אז ער האט געווארפן א…

א חרדי'שער פראטעסטירער וואס איז ארעסטירט געווארן אין ירושלים'ס מאה שערים געגנט אויף חשד אז ער האט געווארפן א…
א חרדי'שער פראטעסטירער וואס איז ארעסטירט געווארן אין ירושלים'ס מאה שערים געגנט אויף חשד אז ער האט געווארפן א שטיין אויף פאליציי, איז באפרייט געווארן נאכדעם וואס זיין אדוואקאט האט געוויזן פאר'ן געריכט א ווידעא וואס באווייזט אז נישט ער האט עס געווארפן. ער איז פארהאלטן געווארן איבער דער נאכט, באזירט אויף די אידענטיפיקאציע פון א פאליציי אפיציר וועלכער האט געטענהט אז ער האט אים קיינמאל נישט פארלוירן פון די אויגן. די פאליציי האט געבעטן דאס געריכט צו פארלענגערן זיין ארעסט מיט נאך פינף טעג, אבער די ווידעא האט געוויזן אז אן אנדער מענטש האט געווארפן דעם שטיין. נאכ'ן זען די ווידעא, האט דער פאליציי פארשטייער צוריקגעצויגן די בקשה און געבעטן מ'זאל באפרייען דעם פארדעכטיגטן תיכף און אן קיין תנאים.