Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

מדינת ישראל זינגער צעשלאגן אין אטענס, נאכ'ן רעדן העברעאיש

מדינת ישראל זינגער צעשלאגן אין אטענס, נאכ'ן רעדן העברעאיש
דער 25-יעריגער איזראעלישער זינגער, אליאור זאנדאני, דערציילט אז דריי מענער זענע אים איבערגעפאלן אינדרויסן פון א פארטי נעבן דעם אלימפיק סטאדיום אין אטענס נאכדעם וואס זיי האבן אים געהערט רעדן העברעאיש אויפ'ן טעלעפאן.
זאנדאני האט געליטן פון א צובראכענע נאז, און זיין געזיכט איז שטארק געשוואלן געווארן.
ער זאגט אז די איבערפאל איז איינע פון די מערסט אומאנגענעמע איבערלעבענישן אין זיין לעבן, זייענדיג אין אויסלאנד.