Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

ציריך עירפארט'ס בארימטע Skymetro מיט די מוקענדיגע קי שטייט פאר זעקס חדשים ענדערונגען! 🇨🇭🐄

ציריך עירפארט'ס בארימטע Skymetro מיט די מוקענדיגע קי שטייט פאר זעקס חדשים ענדערונגען! 🇨🇭🐄
אנגעהויבן פון היינט וועט איינע פון די צוויי Skymetro טונעלן פארמאכט ווערן פאר רענאוואציעס ביז מאי 2027, און די טרעינס וועלן פארן דורכ'ן איבערגעבליבענעם טונעל מיט א רעדוצירטע קאפאציטעט.
ווער עס איז אמאל געווען אין ציריך עירפארט ווייסט פון די בארימטע קי-קולות וואס מוקען ווען מ'פארט דורכ'ן טונעל! ערזאץ באסעס וועלן פארן אין די פיק שעות, אבער די פלייטס וועלן ווייטער גיין נארמאל.
ווען די ארבעט וועט פארענדיגט ווערן, וועט די אפגרעיד פארגרעסערן די פאסאזשירן קאפאציטעט מיט 25%, ביז 10,000 פאסאזשירן א שעה אין יעדע ריכטונג.