מאטראצן אין די גאסן: היציגע פראטעסטן אויסגעבראכן אין ירושלים קעגן לייט רעיל בוי ארבעט

היציגע דעמאנסטראציעס זענען אויסגעבראכן דינסטאג אוונט אין ירושלים'ס בר אילן געגנט, ווען עקסטרעמע פראטעסטירער האבן פרובירט אפצושטעלן די ארבעט אויף פארברייטערן די שטאט'ס לייט רעיל. זיי האבן אוועקגעלייגט מאטראצן אין מיטן פון בעלעבטע גאסן און זיך אנידערגעלייגט אויף זיי, כדי צו בלאקירן דעם טראפיק.