פלעטבוש נצחונות: סעם סאטן ווידער דערוויילט אין סטעיט סענאט, דזשאוי כהן-סאבאן כאפט אריין ברוקלין אסעמבלי זיץ

דער פרומער ציבור אין ברוקלין האט דינסטאג ביינאכט געפייערט צוויי באדייטנדע וואל נצחונות. דער דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר סעם סאטן האט זיך געסיכערט נאך א טערמין אין אלבאני, און דזשאוי כהן-סאבאן האט באזיגט דעם רעפובליקאנער אסעמבלימאן מייקל נאוואכאוו אינעם 45'סטן אסעמבלי דיסטריקט. דאס גיט די דעמאקראטן א באמערקבארן נצחון אין דרום ברוקלין.