א מנין אין אלבאני: היסטארישע וואל רעזולטאטן געבן ניו יארק סטעיט לעגיסלאטור 10 פרומע געזעצגעבער צום ערשטן מאל

צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פון ניו יארק סטעיט, וועלן די זאלן פונעם סטעיט קאפיטאל אין אלבאני האבן א פולן מנין ארטאדאקסישע אידישע לעגיסלאטארן, נאך די וואלן פון דינסטאג, וועלכע האבן געברענגט די צאל פרומע געזעצגעבער אין סטעיט סענאט און אסעמבלי צו אן אומגעהערטע צען.