צה"ל און דער שב"כ האבן מיטוואך געמעלדעט אז זעקס טעראריסטן פון חמאס, איסלאמישער דזשיהאד און "ארמיי אוו איסלאם…

צה"ל און דער שב"כ האבן מיטוואך געמעלדעט אז זעקס טעראריסטן פון חמאס, איסלאמישער דזשיהאד און "ארמיי אוו איסלאם" זענען אויסגעמעקט געווארן ביי באזונדערע לופט-אטאקעס אין חאן יונס זונטאג און מאנטאג. צווישן די אומגעקומענע זענען געווען דער חמאס סנייפער צעל קאמאנדיר מאכמוד קאפא, דער חמאס נוחבה קאמאנדיר שאהער זאראב, און דער "ארמיי אוו איסלאם" טעראריסט אסעד קאשטא, וועלכער האט געהאלפן שמוגלען וואפן אריין קיין עזה. לויט צה"ל, זענען די טעראריסטן געווען פארמישט אין פלאנירן אטאקעס קעגן סאלדאטן און ציווילע איינוואוינער פון מדינת ישראל, און אין צוריק אויפבויען די טעראר קאפאציטעטן, אין א בראך פונעם וואפן-שטילשטאנד.