Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

מעדיקל עמערדזשענסי אין דער לופט — אבער קיין אומדרייען נישט געווען נויטיג!

מעדיקל עמערדזשענסי אין דער לופט — אבער קיין אומדרייען נישט געווען נויטיג!
א 79-יעריגער פאסאזשיר פון ארץ ישראל האט היינט פארלוירן דאס באוואוסטזיין אויף אן El Al פלייט פון תל אביב קיין באנגקאק, און די קרו האט דרינגענד געבעטן מעדיצינישע הילף.
איחוד הצלה מעדיק יחיאל מינץ איז תיכף צוגעשפרונגען, אינאיינעם מיט אן אינטענסיוו קעיר דאקטאר פון פוריה האספיטאל, וועלכער איז אויך געווען אויפ'ן פלעין.
דאנק זייער שנעלע רעאקציע און באהאנדלונג האט דער פאסאזשיר באקומען מעדיצינישע הילף, און דער פלעין איז ווייטער געפלויגן קיין באנגקאק אן מאכן קיין עמערדזשענסי לאנדונג — נישט דער געווענליכער סוף פון א מעדיקל עמערדזשענסי אין דער לופט!