אללה אכבר: עבדול על-סייעד פייערט סענאט נצחון מיט אראבישע אויסדרוקן, שיסט אויף טראמפ און מדינת ישראל

[ווידעא אונטן.] ווי באריכטעט פריער, האט עבדול על-סייעד, דער אנטיסעמיטישער פראגרעסיווער דעמאקראט און דזשיהאד-שטיצער וועלכער האט שוין כמה פעמים באשולדיגט מדינת ישראל אין באגיין גענאסייד אין עזה, דינסטאג געוואונען די שארף נאכגעקוקטע אמעריקאנער סענאט ראסע אין מישיגען. דערמיט איז ער געווארן דער ערשטער מוסולמענער וואס איז ערוועלט געווארן אין סענאט, און ער האט געהאלטן א נצחון רעדע פול מיט רעפערענצן צו זיין איסלאמישן גלויבן, קריטיק אויף פרעזידענט דאנאלד טראמפ, און פרישע אטאקעס אויף אמעריקע'ס שטיצע פאר מדינת ישראל.