שאקירנדע ווערטער פון דיסענטיס: פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטיס האט אנגערופן די רעפובליקאנער פארטיי'ס שאקירנדע…

שאקירנדע ווערטער פון דיסענטיס: פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטיס האט אנגערופן די רעפובליקאנער פארטיי'ס שאקירנדע מפלה אין די מידטערם וואלן "נאענט צו א געשעעניש וואס קען אויסמעקן די רעפובליקאנער איבער'ן גאנצן לאנד", ביי א פרעס קאנפערענץ מיטוואך צופרי אין טאלאהעסי, בשעת די פארטיי זוכט א וועג פאראויס נאך די שווערע מפלה. "לאמיר נאר זיין קלאר, דאס וועט וויי טון, נישט נאר פאר די קומענדיגע צוויי יאר," האט ער געזאגט. "דאס איז עפעס וואס קען זיך אפקלינגען פאר די קומענדיגע יארצענדליג אדער מער. … מיר האבן געוואוסט אז עס קען זיין ערגער. איך מיין נישט אז רוב פון אונז האבן געטראכט אז עס וועט זיין אזוי שלעכט."