מוסדות פני מנחם האבן געזאמלט 72 מיליאן דאלאר ביים "שבת חברותא" אין פלארידא די פארגאנגענע סוף וואך, מיט הרה"ג…

מוסדות פני מנחם האבן געזאמלט 72 מיליאן דאלאר ביים "שבת חברותא" אין פלארידא די פארגאנגענע סוף וואך, מיט הרה"ג ר' שאול אלטער שליט"א. די געלט וועט גיין פאר דעם נייעם בית המדרש וואס מ'פלאנירט אין ירושלים, וועלכער וועט לויט די שאצונגען קאסטן ביז 200 מיליאן דאלאר. די "חברותא" פראגראם גיט די נדבנים א מעגליכקייט צו לערנען מיט ר' שאול און שמועסן אין סוגיות.