Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

🇮🇱 גרויסע אויפטרייסל אין מדינת ישראל'ס עירליין אינדוסטריע!

🇮🇱 גרויסע אויפטרייסל אין מדינת ישראל'ס עירליין אינדוסטריע!
Israir, וועלכע ווערט קאנטראלירט דורך ביליאנער ראמי לוי, קוקט אריין אין א מעגליכקייט איבערצונעמען איר קאנקורענט Arkia, און ערשטע שמועסן האלטן שוין אינמיטן.
לויט באריכטן האט Arkia פארלוירן בערך $30 מיליאן אין די ערשטע ניין מאנאטן פון 2026, און די פארלוסטן פאר'ן גאנצן יאר קענען דערגרייכן $50–60 מיליאן.
אן איבערנעמונג וועט געבן Israir צוטריט צו Arkia'ס ווערטפולע סלאטס אין בן גוריון עירפארט, אירע עראפלאנען, ארבייטער און אינטערנאציאנאלע ליניעס, וואס קען זי מעגליך מאכן די שטארקסטע פריוואטע עירליין אין מדינת ישראל.
אבער דער סכסוך צווישן Arkia'ס ארבייטער-שערהאלדערס, און די נויטיגע הסכמה פון מדינת ישראל'ס קאמפעטישאן אויטאריטעט, קענען קאמפליצירן דעם דיעל. ס'איז נאך נישט אונטערגעשריבן געווארן קיין אפמאך!