Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

אדוואקאט מיכאל ראווילא, פרעמיער מיניסטער נתניהו'ס קאנדידאט פאר מבקר המדינה און זיין געוועזענער פריוואטער אדו…

אדוואקאט מיכאל ראווילא, פרעמיער מיניסטער נתניהו'ס קאנדידאט פאר מבקר המדינה און זיין געוועזענער פריוואטער אדו…
אדוואקאט מיכאל ראווילא, פרעמיער מיניסטער נתניהו'ס קאנדידאט פאר מבקר המדינה און זיין געוועזענער פריוואטער אדוואקאט, האט באשלאסן נישט צו לויפן אין די איבערגע'חזר'טע שטימונג אין כנסת פאר דעם פאסטן. ראווילא האט אין יוני געוואונען מיט 61 חברי כנסת, אבער דער בג"ץ האט בטל געמאכט די שטימונג נאכדעם וואס קאאליציע חברי כנסת האבן דאקומענטירט זייערע געהיימע שטימען. לויט באריכטן האט ראווילא געזען אז זיינע שאנסן זענען שטארק געפאלן נאכדעם וואס פרעמיער מיניסטער נתניהו'ס בלאק האט פארלוירן די מערהייט, וואס קען איבערלאזן דעם פענסיאנירטן ריכטער יוסף עלרון אלס דעם איינציגן קאנדידאט. מדינת ישראל איז שוין אן א מבקר המדינה זינט מתניהו ענגלמאן'ס טערמין האט זיך געענדיגט אנפאנג יולי.