🚨 ריזיגע טעראר אטאקע אין ירושלים פארהיטן געווארן: זיכערהייטס קרעפטן אין מדינת ישראל האבן פארהיטן א ריזיגע…

🚨 ריזיגע טעראר אטאקע אין ירושלים פארהיטן געווארן: זיכערהייטס קרעפטן אין מדינת ישראל האבן פארהיטן א ריזיגע קאמבינירטע באמבע און שיסעריי אטאקע, וואס א 19-יעריגער טעראריסט ה"י פון בית חנינא האט פלאנירט. לויט'ן שב"כ און די פאליציי, האט דער טעראריסט פלאנירט צו אויפרייסן א באמבע ביים שער האריות, און דערנאך אריינגיין אויפ'ן הר הבית און עפענען פייער אויף אידישע ציווילע און פאליציי אפיצירן. דער פארדעכטיגטער האט זיך צוגעגרייט צוויי יאר, ער האט שטודירט די זיכערהייטס ארדענונגען, געזוכט וואפן אויפ'ן "דארק וועב", און זיך טרענירט אין קאמף-קונסט. ער האט מודה געווען אז ער איז אינספירירט געווארן פון די שחיטה פון אקטאבער 7. א כתב אישום איז אריינגעגעבן געווארן קעגן אים.