אמעריקע שיקט לויט באריכטן איינע פון אירע מערסט פארגעשריטענע סטראטעגישע שפיאנאזש עראפלאנען, די RC-135U Combat…

אמעריקע שיקט לויט באריכטן איינע פון אירע מערסט פארגעשריטענע סטראטעגישע שפיאנאזש עראפלאנען, די RC-135U Combat Sent, קיין מיטל מזרח, אינמיטן די געשטייגערטע שפאנונגען אין דער געגנט. די אמעריקאנער עיר פארס פארמאגט בלויז צוויי פון די זעלטענע עראפלאנען אויף דער גאנצער וועלט. די RC-135U איז ספעציאליזירט אין אויסשפירן, נאכפאלגן און אנאליזירן ראדאר סיסטעמען פון די שונאים, אריינגערעכנט לופט פארטיידיגונג און ראדארס אויף מיליטערישע עראפלאנען און קריגס-שיפן. די אינפארמאציע וואס זי זאמלט קען העלפן די אמעריקאנער קרעפטן אויסגעפינען מעגליכע צילן, אנטוויקלען עלעקטראנישע דזשעמינג מעגליכקייטן, און זיך צוגרייטן פאר מיליטערישע אפאראציעס.