Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

ערשטע ווידעא נאך די בחירות:

ערשטע ווידעא נאך די בחירות:
פרעמיער מיניסטער נתניהו רופט אויף צו א ברייטע נאציאנאלע רעגירונג אנגעפירט פונעם ליכוד, און האט געווארנט אז א לינקע רעגירונג וואס שטיצט זיך אויף די אראבישע פארטייען וועט “צעשטערן” מדינת ישראל פון אינעווייניג.
נתניהו האט געזאגט אז ראדיקאלער איסלאם סטראשעט מדינת ישראל פון דרויסן דורך איראן און אירע שלוחים, און פון אינעווייניג דורך איסלאמיסטישע פארטייען פון טעראר שטיצער.
ער האט געזאגט אז א רעגירונג וואס איז אנגעוויזן אויף די פארטייען וועט נישט קעמפן קעגן אונזערע שונאים, נאר זי וועט אונז פשוט צעשטערן פון אינעווייניג. דאס איז א שאלה פון לעבן און טויט.
ער האט באשולדיגט די פירער פונעם לינקן בלאק אז זיי פרובירן אויפצושטעלן א שמאלע מינאריטעט רעגירונג וואס שטיצט זיך אויף די טעראר שטיצער, און אז זיי שטעלן אוממעגליכע באדינגונגען כדי אפצושטעלן א ברייטע נאציאנאלע רעגירונג.