סוף כל סוף א נוצליכער ראבאט: Revere Robotics בויט Curbie, א ראבאט וואס ווערט צוגעטשעפעט צו א געווענליכע מיסט…

סוף כל סוף א נוצליכער ראבאט: Revere Robotics בויט Curbie, א ראבאט וואס ווערט צוגעטשעפעט צו א געווענליכע מיסט קאסטן, פירט אים ארויס צום קורב אין טאג וואס מ'נעמט אפ דעם מיסט, און ברענגט אים צוריק נאכדעם וואס מ'האט אים אויסגעליידיגט. ער איז געבויט צו באוועגן מיסט קאסטנס פון 100+ פונט אין רעגן, שניי און אייז; דער פרייז איז נאך נישט באקאנט געמאכט געווארן.