Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

איראנער אויטאריטעטן אין משהד האבן באפוילן די דזשולערס אויפצוהערן אויסצושטעלן אדער פארקויפן גאלד און מטבעות מ…

איראנער אויטאריטעטן אין משהד האבן באפוילן די דזשולערס אויפצוהערן אויסצושטעלן אדער פארקויפן גאלד און מטבעות מ…
איראנער אויטאריטעטן אין משהד האבן באפוילן די דזשולערס אויפצוהערן אויסצושטעלן אדער פארקויפן גאלד און מטבעות מיט'ן "לייב און זון", דער סימבאל וואס איז געווען אויף איראנ'ס פאן דורות לאנג פאר די איסלאמישע רעוואלוציע. דער באפעל איז ארויסגעקומען פון די שטאט'ס יוניאן פון דזשולערס, לויט אנווייזונגען פון די פאליציי. דער "לייב און זון" איז לעצטנס צוריק ארויפגעקומען אלס א הויפט סימבאל פון די פראטעסטן קעגן דעם רעזשים, און איז ענג פארבונדן מיט די שטיצער פונעם פארטריבענעם קרוין פרינץ רעזא פאהלאווי. כאמייני האט אין 1979 דערקלערט: "דער פארשאלטענער לייב און זון מוז אראפגענומען ווערן פון אלע מיניסטעריעס און אפיסעס."