צום ערשטן מאל זינט די אסלא אפמאכן האבן מיט 32 יאר צוריק איבערגעגעבן יריחו פאר די פאלעסטינער, זענען אידן צורי…

צום ערשטן מאל זינט די אסלא אפמאכן האבן מיט 32 יאר צוריק איבערגעגעבן יריחו פאר די פאלעסטינער, זענען אידן צוריק אין שטאט. אידישע פאמיליעס האבן בסוד אפגעקויפט אכט הייזער אין די דרויסנדיגע טיילן פון שטאט, נעבן די גרעניץ מיט ירדן, און זענען היינט אריינגעצויגן. די געגנט איז א טייל פון שטח C, וואס געפינט זיך אונטער די קאנטראל פון מדינת ישראל, אבער די נייע איינוואוינער זענען באגלייט געווארן דורך סעקיוריטי מאנשאפטן. צה"ל האט געזאגט אז מ'איז איבערראשט געווארן פון דעם שריט.