Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט אז ער וויל אז סעקרעטערי העגסעט זאל בלייבן אויף זיין יעצטיגן פאסטן, און האט א…

פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט אז ער וויל אז סעקרעטערי העגסעט זאל בלייבן אויף זיין יעצטיגן פאסטן, און האט א…
פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט אז ער וויל אז סעקרעטערי העגסעט זאל בלייבן אויף זיין יעצטיגן פאסטן, און האט אינגאנצן אוועקגעמאכט די קלאנגען אז ער וועט מעגליך פארלאזן דעם פענטאגאן כדי איבערצונעמען דעם סענאט זיץ אין טענעסי, וואס גייט בקרוב ליידיג ווערן דורך מארשא בלעקבוירן.
ווען מ'האט אים געפרעגט א שאלה אויב ער וויל זען העגסעט אינעם סענאט, האט טראמפ שטארק אויסגעלויבט זיין ארבעט אלס סעקרעטערי אוו וואר, זאגנדיג: ״איך האלט אז ער טוט א זייער גוטע ארבעט.״
טראמפ האט צוגעלייגט אז העגסעט וועט ווארשיינליך זיין ״זייער פאפולער״ אויב ער וועט איבערנעמען דעם סענאט זיץ, אבער ער האט אנגעמערקט אז ער האט דערווייל גארנישט געהערט איבער אזא סארט טויש.